Yiddish Installation Guide
בס"ד
Please note - this translation was not written by apps4flip, as such we take no responsibility or endorsement for what is contained within!
Credit for this guide and for reverse engineering ADB goes to Yehuda F
איסטרוקציע'ס צו אינסטאלירן עפפ'ס
חודש אדר תש"פ לפ"ק
נאטיץ איבער פילטער'ס:
מיר באקומען טעגליך אן א שיעור אימעיל'ס וועגן פילטער'ס, צו עס ארבעט מיט א פילטער וכדו', ווילן מיר קלאר מאכן די פאלגענדע:
טייערע עלטערן, אינגעלייט און בחורים, זייט געווארנט! א G4 פאון מוז אין יעדנס פאל באזיצן א פילטער. א פאון אן א פילטער איז באמת גאר שעדליך, און פאר די סיבה געבן מיר נאר ארויס כשר'ע אפליקאציע'ס, און נישט קיין סאשעל מידיע וכדו' ווי וואטסעפפ, טעלעגראם יוטוב און וועב בראוזער'ס.
בנוגע וועלכע פילטער עס ארבעט, און וועלכע איז בעסער, נעמען מיר נישט קיין זייט, וויבאלד זאכן האלטן זיך אין איין טוישן, ביטע פרעגט פון אייער לאקאלע פילטער אפיס דירעקט צו געוואר ווערן וואס זייערע אפציעס זענען.
אינסטאלירן עפפ'ס:
גרינגע וועג (1) -ארבעט בלויז אויף דעם LG Exalt LTE
- דאונלאוד די עפפ'ס פייל וואס איר ווילט אינסטאלירן (עס ענדיגט זיך מיט .apk דאס איז די פייל וואס אנטהאלט די עפפ צו איסטאלירן) נאטיץ: די .apk "מוז" ווערן גענומען דוקא פון אונזער אפליקאציע'ס אפטיילונג, פייל'ס וואס זענען גענומען געווארן פון א אנדערע וועב זייטל וועט נישט ארבעטן, וויבאלד עס איז נישט געווארן מאדעפיצירט צו קענען בייפעסן דעם פאון'ס באדערפנדע סיגניטשער.
- עפן די פייל מענעדזשער פון די פאון, זוך אויף ווי די .apk פייל'ס זענען געווארן געסעיווט, קליק אויפן .apk פייל'ס וואס איר ווילט אינסטאלירן.
- יאלא! איר זענט פארטיג.
גרינגע וועג (2) -ארבעט אויף די קייאסערע'ס, קען אויך ארבעטן אויף אנדערע מאדעל'ס
קרעדיט קומט זיך פאר @kollelniyes פארן אויסטרעפן און מיטטיילן דעם וועג.
- שיקט אריבער דורך בלאטוט דעם .apk פייל וואס איר האט דאונלאודעד דורך א צווייטע פאון פון אונזער זייטל צו אייער קייאסערע דעווייס.
- איינמאל איר האט דעם פייל, גייט צו נאטעפעקאציע'ס און קליק אויף די נאטעפעקאציע אז איר האט באקומען דעם פייל, דאס וועט דירעקטירן דעם פייל עס צו אינסטאלן.
- יאלא! איר זענט פארטיג.
אלטערנאטיווע וועג – מער קאמפליצירט - ארבעט אויף אלע G4 פאון'ס וואס ארבעטן אויף דעם ענדרויד סיסטעם
פאר LG Exault:
- דיילט אויפן האום סקרין ##77647262220.
- לייגט אריין דעם קאוד 000000.
- גייט צו Developer Options > USB Debugging.
- טויש עס צו ON.
פאר Kyocera און אלע אנדערע פאון'ס:
- גיי צו Settings > Software Information
- דרוק אויף Build number זיבן מאל, דאן גייט צוריק צו Settings, א נייע אפציע מיטן נאמען Developer Options באווייזט זיך.
- גייט אריין אין Developer Options.
- גייט אראפ צו USB Debugging.
- טוישט עס צו ON.
איצטערט, אין Settings גייט צו Phone settings > Security > Unknown sources און לאז אים אינסטאלן אומבאקאנטע עפפ'ס פארן פאון דורך טוישן צו ENABLE (אויב עקזיסטירט נישט אזא אפציע, דאן לאז עס אויס און גיי ווייטער)
יעצט ברויכן מיר זיך באניצן מיטן ADB קאמענד סיסטעם דורכן קאמפיוטער.
דאונלאוד דאס (ADB) רייט קליק אויף דעם געדאונלאדטן פאלדער, עקסטרעקט דאס צו ווי איר ווילט, גייט אריין אין דעם עקסטרעקטעד פאלדער, דרוקט שיפט, און בשעת'ן אנהאלטן שיפט מאכט א רייט קליק און דריקט open command here (צומאל קומט אנשטאט ארויף powershell ס'איז אבער נישט קיין נפק"מ)
טייפ אריין: Adb devices (אויב עס גייט נישט, פרובירט צוצולייגן בעפאר דאס . עס זאל שטיין אזוי .\adb devices)
עס קומט ארויף אויפן סעלפאון א מעסעדזש, דרוקט OK.
דערנאך גיי צו די עפפ אפטיילונג, דאונלאוד אלע עפפ'ס וואס איר ברויכט (שטייצעך נאר לצורך פרנסה) קאפירט אלע עפפ'ס (apk) פייל'ס צום ADB פאלדער.
דרוקט נאכאמאל שיפט, און בשעת'ן אנהאלטן שיפט מאכט א רייט קליק און דרוקט open command here (צומאל קומט אנשטאט ארויף powershell ס'איז אבער נישט קיין נפק"מ).
טייפט אריין: Adb install -g appname.apk
(אדער ./adb install -g appname.apk)
מזל טוב!! אויב האט איר עס געמאכט ביז אהער, און נאכן אינסטאלירן דורך ADB האט איר באקומען א סוקסעס מעסעדזש, האט איר סוקסעספול אינסטאלירט די אפליקאציע'ס אויף אייער פליפ פאון!
אראפנעמען עפפ'ס
אויף די LG Exalt
- דרוקט אויפן האום סקרין ##77647262220
- לייגט אריין דעם קאוד 000000
- גייט צום עפפ וואס איר ווילט אראפנעמען און דרוקט Uninstall
אויף אלע אנדערע פאון'ס
- לייגט אריין אין ADB דעם קאמענד
adb shell pm list packages -3
- זוכט אויף דעם פעקעדזש וואס באלאנגט צו אייער אפפליקאציע וואס איר ווילט אראפנעמען.
- לייגט אריין אין קאמענד ווי פאלגענד:
Adb uninstall <YourAppPackageNameHere>
(אן די ערשטע ווארט PACKAGE:)
אויב באקומט איר א סוקסעס מעסעדזש איז דאס סוקסעספול געווארן אראפגענומען.
צו עפענען די עפפ'ס
אזוי ווי די פאון'ס זענען נישט געבויעט געווארן צו ענטהאלטן עפפ'ס אויף זיך, קען מען דאס נישט געפונען אין קיין שום מעניו אויפן פאון, די עצה דערפאר איז ווי פאלגענד:
פאר די LG און KYOCERA פאון'ס
אפציע 1: אינסטאלירט דעם לאנטשער עפפ פון דא און פאלגט נאך די אינסטראקציע'ס וויאזוי עס שטייט ביים דאונלאודן דעם עפפ.
אפציע 2: (ארבעט בלויז אויפן LG) דרוקט אויפן האום סקרין ##77647262220 לייגט אריין דעם קאוד 000000, עס וועט זיין א אפציע גערופן "applications" וואס וועט ערלויבן צו אנקומען צו אלע אייערע עפפ'ס.
פאר אלע אנדערע פאון'ס, אינסטאלירט דעם לאנטשער עפפ פון דא. דאס וועט אייך ערלויבן אנצוקומען צו די עפפס דורך'ן דרוקן דעם END קנעפל און אריינגיין אין open apps4flip.com launcher.
צו עפענען Waze
דאונלאוד דעם Waze launcher אפליקאציע פון אונזער אפליקאציע אפטיילונג, דאס וועט אייך ערלויבן צו אריינלייגן א דעסטינאציע אדרעס ווי איר ווילט אנקומען, און דערנאך וועט עס עפענען .Waze